(ישעיה מ״ט, י׳)
[„זיי וועלן ניט הונגערן, און זיי וועלן ניט דורשטן, און פּלאָגן וועט זיי ניט היץ אָדער זונען; דען פֿירען וועט זיי זייער דערבאַרעמער און בײַ קװאַלן פֿון װאַסער וועט ער זיי פֿירען“ (יהואש)]
שרײַט אויס אויף ייִדיש
אורי חורש
איך שרײַב די ווערטער נאָך אַ חודש אין פּוילן, דרײַ וואָכן ווי אַ תּלמיד אינעם ייִדיש־סעמינאַר אין וואַרשע און נאָך אַ וואָך מיטן טאַטן אין פּיעטרקאָוו, קאַטאָוויץ און קראָקע. דער טאַטע איז געקומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ, בשעת איך אַליין וווין, פֿון יאַנואַר 2024, אין דער שאָטישע שטאָט דאַנדי, נאָך דעם ווי דער ישׂראלדיקער קאַלעדזש וווּ איך האָט געאַרבעט במשך פֿיר יאָר האָט מיך אָפּגעזאָגט מחמת מײַן אַקטיוויזם קעגן דעם פֿעלקערמאָרד אין עזה.
מײַנע עלטערן האָבן מיך אויפֿגעצויגן צווישן הרצליה (לעבן תּל־אָבֿיבֿ) און ניו־יאָרק, אין אַן אַטעיִסשטיער היים און מיט הומאַניסטישע, לינקע ווערטן. איך געדענק מײַן ערשטע פּאָליטישע דעמאָנסטראַציע, אַרום 1978 אָדער 1979, זיצנדיק אויפֿן מײַן פֿאָטערס פּלייצעס, פּראָטעסטירנדיק די אויסברייטערונג פֿון עפּעס אַן אומלעגאַלער ישׂראלדיקער „התּנחלותּ“ אינעם פּאַלעסטינישן מערבֿ־ברעג. זי איז געווען די ערשטע פֿון הונדערטער דעמאָנסטראַציעס און אַנדערע פּאָליטישע אַקטיוויטעטן אין וועלכע מיר – די משפּחה און איך אַליין – האָבן אָנטייל גענומען במשך כּמעט פֿופֿציק יאָר.
דעם ערשטן סוף־וואָך אין וואַרשע זיינען מיר, אַ גרופּע פֿון פֿינף תּלמידקעס און לערערקעס, געפֿאָרן אין דער אַמעריקאַנישער אַמבאַסאַדע כּדי צו פּראָטעסטירן, צוזאַמען מיט הונדערטער וואַרשעווערס, קעגן דעם גענאָציד. מיר האָבן פֿאֵרלייגט אַ וואָטס־אַפּ־גרופּע צווישן זיך און מיט אַנדערע מיטדענקערס, מיט וועלכע מיר האָבן זיך קאָמוניקירט במשך די דרײַ וואָכן וועגן פֿאַרשיידענע פּאָליטישע ענינים וואָס האָבן צו טאָן מיט אַנטי־ציוניזם, אונדזער קעגנשטעל דער אַגרעסיע מצד מדינת־ישׂראל כּלפּי דעם פּאַלעסטינישער פֿאָלק, און אַנדערע.
מײַן דערפֿאַרונג אין עטלעכע ייִדישטישע גרופּעס און געשעענישן אין אייראָפּע פֿון אָקטאָבער 2023 ביז הײַנט איז געווען אַ געמישטע. פֿון איין זײַט, זײַנען פֿאַראַן אין מײַן אוניווערסיטעט, סיינט אַנדרוז, און אין די צוויי גרעסטע אוניווערסיטעטן אין שאָטלאַנד – עדינבראַ און גלאַזגאָ – אַ נישקשהדיקער קיבוץ פֿון אַקטיוויסטן, ייִדן און אַנדערע, וואָס אַרבעטן בשותּפֿות, קעמפֿנדיק קעגן דעם ישׂראלדיקן אָנפֿאַל אין פּאַלעסטינע. ס׳איז געווען דאָ אין שאָטלאַנד בענעפֿיטן פֿאַר עזה מיט מוזיקאַלישע, ליטעראַרישע און פּאָעטיקע פּֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש, אַראַביש און ענגליש. פֿון דער אַנדערער זײַט, צום באַדויערן, געפֿינט מען זיך צו אָפֿט אין אומגעלומפּערטע סיטואַציעס, אַז מע דאַרף זיך כּמעט אַנטשולדיקן אָדער בעטן דערלויבעניש צו זאָגן, שרײַבן, און אפֿילו סתּם אַרויסלייענען עפּעס קריטיש פֿון מדינת־ישׂראל, און דערפֿאַר מעג ווערן שפּירן, נישט ריכטיק, באַלײַדיקנדיק אָדער אַפֿילו „אַנטיסעמיטיש“. איך אַליין האָט אַזאַ מצבֿ איבערגעלעבט אין דעם פֿאַראייניקטן קיניגרײַך, און צום באַדויערן האָב איך געשמועסט מיט אַנדערע חבֿרטעס וואָס האָבן געהאַט ענלעכע איבערלעבונגען.
נעמענדיק דעם אין אַכט, האָב איך נישט געוווּסט וואָס זיך צו ריכטן אויף דעם וואַרשעווער סעמינאַר און זײַנע אָנטייל־נעמערס. איך האָב יאָ געקענט אַ פּאָר מענטשן און געהערט וועגן אַ פּאָר אַנדערע, אָבער מסתּמא נישט גענוג אַז איך זאָל גוט וויסן וואָס וועט זײַן אינעם קורס גופֿא. דעם ערשטן פֿרי פֿונעם קורס האָב איך געטראָגן אַ לײַבל מיט אַ לאָזונג פֿון אַ הומאַניטאַרישער באַוועגונג וואָס שאַפֿט פֿאָנדן לטובֿת מעדיצינשער הילף פֿאַר פּאַלעסטינער אין עזה. איין מענטש האָט מיר פּלוצינג געזאָגט, אויף ענגליש, אַז זיי האָבן ליב מײַן העמד. און שפּעטער דעם טאָג האָב איך געהערט נאָך אַזאַ שבֿח פֿון אַן אַנדערער תּלמידה. אַז די צײַט איז אָפּגעלאָפֿן במשך דער ערשטער וואָך, האָב איך בהדרגה געהערט און געזען און געלייענט מער און מער פֿון מײַנע מיטסטודענטן, פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות און וואָס זײַנען געקומען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, אויסדריקנדיק זיך מיט מער און מער באַקוועמלעכקייט וועגן דער טעמע פֿון פּאַלעסטינע און בפֿרט וועגן דעם איצטיקן מיאוסן גענאָציד.
נאָך דער דעמאָנסטראַציע דעם ערשטן סוף־וואָך, האָב איך גענומען זיך פֿילן אַז טיר און טויער זײַנען געעפֿענט געוואָרן, און סוף־כּל־סוף בין איך געוואָרן גאָר באַקוועם צו רעדן בפֿרהסיא ווי איך בין געווען צוגעוווינט פֿאַר דעם סעמינאַר, אין אַלע געזעלשאפֿטלעכע סבֿיבֿות, סײַ וואָס שייך ייִדיש סײַ וואָס נישט. יאָרן לאַנג האָב איך געוווּסט אַז „ייִדישיסטן“ האָבן געהאַט אַ פּראַכטיקע געשיכטע פֿון פּאָליטישן און אידעאָלאָדישן פּלוראַליזם. אויך איז באַקאַנט אַז במשך די דורות פֿון מאָדערנעם „ייִדישיזם“ (וואָס לויט מיר איז אַנדערש פֿון „ייִדישקייט“, נישט־געקוקט אויף דער פּינקטלעכער דעפֿיניציע פֿון דעם תּחום) – און ביז אונדזער הײַנטיקער צײַט – האָט מען געקענט הערן אַ סך קולות, און קולות אויף ייִדיש בתוכם, וואָס זײַנען נישט־ציונישטישע אָדער אַנטי־ציוניסטישע, אָדער כלערליי פֿאַרבן און שאַטירונגען פֿון אומקאָנפֿאַרמיסטישע, אָדער מענטשלעכע – צוגאַנגען. דערפֿאַר איז מײַן פֿאַרוווּנדערונג אַז אַ סך פֿון מײַנע קאָלעגעס אין וואַרשע זײַנען געווען שטאַרקע קעמפֿערס קעגן אומגערעכטיקייטן אַרום דער וועלט, אַרײַנרעכענענדיק אין פּאַלעסטינע בכלל און אין עזה בפֿרט, געווען אומבאַרעכטיקט. און גלײַך אַז איך האָב דאָס פֿאַרשטאַנען און פֿאַראינעװײניקט, איז מיר אַראָפּ אַ שטײן פֿון האַרצן, און איז קלאָר געוואָרן, נישט בלויז אַז די רייד וועגן דער טעמע און קעגן די טוּונגען פֿון ישׂראל אין עזה זײַנען נישט פּראָבלעמאַטיש, נאָר אַז זיי זײַנען אָנגעלייט אין אונדזער קהילה, און אַז זי צו נאָרמאַליזירן איז אַ וויכטיקע גענאָד פֿאַר אַ סך פֿון אונדז.
מײַן ציל אין דעם אַרטיקל איז נישט איבערצוצײַגן אײַך אין מײַן קוקווינקל וועגן די פֿעלערן פֿון ציוניזם און דער שולד פֿון מדינת־ישׂראל אינעם גענאָציד. אויב איר זײַט אין גאַנצן נישט מסכּים מיט מײַן באַציִונג, איז מיר ניחא. אויב איר גלייבט אָבער אַז מיר האָבן אַ געלעגנהייט און אַ התחײַבֿות צו מאַכן אַ סוף צו דעם אַכזריות, בעט איך בײַ אײַך מורא נישט צו האָבן און אַז איר זאָלט נישט ווײַכן פֿון אָנרירן דעם דאָזיקן ענין צווישן אײַערע ייִדיש־חבֿרטעס. ייִדיש שפּילט פֿאַרשיידענע ראָלעס אין אונדזערע פֿאַרשיידענע לעבנס, אָבער זאָל נישט די דאָזיקע שפּראַך ווערן אַ תּירוץ נישט צו טענהן געוויסע אַרגומענטן אָדער נישט ארויפֿצוציִען די פֿאָן פֿון צדק. די קינדער אין עזה זײַנען אויסגעהונגערט. די פֿרויען אין עזה גוססן. אַלע מענטשן אין עזה זײַנען געמוטשעט. איצט איז נישט די צײַט אַרומצוגײן אױף די ציפּקעס. שרײַט אויס, און טאָמער איז ייִדיש אַ שפּראַך אין וועלכע זײַן קול קען אויסשרײַען, שרײַט אויס אויך אויף ייִדיש.
ד״ר אורי חורש איז אַ דאָצענט אין דער שול פֿון מאָדערנע שפּראַכן אין סיינט־אַנדרוז־אוניווערסיטעט אין שאָטלאַנד. זיי לערנען אַראַביש און לינגוויסטיק, און זייער פֿאָרשונג איז פֿאַרבונדן מיט סאָציאָלינגוויסטיק אין דעם מיטל־מיזרח, אַראַבישע דיאַלעקטאָלאָגיע, און דעם קאָנטאַקט צווישן שפּראַכן, באַזונדערש אַראַביש, העברעיִש און ייִדיש.